וואשינגטאן – די אמעריקאנער פעדעראלע רעגירונג האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין געריכט קעגן דער לואיזיאנא ריעל עסטעיט אפרעיזערס קאמיטע, איבער דעם וואס זיי האבן שטילערהייט געארבעט צו האלטן פרייזן פון הייזער הויך. די קלאגעס, וואס די פעדעראלע טרעיד קאמיסיע האט אריינגעגעבן, דעטאליזירט קלארע באווייזן און אינפארמאציע וואס פעדעראלע אויספארשער האבן געזאמלט, וואס צייגט אז די אפרעיזערס קאמיטע האט אנגעזאגט פאר פריוואטע אפרעיזערס און פאר אפרעיזעל פירמעס – וועלכע שאצן די ווערד פון א היים אדער אפארטמענט איידער מ'נעמט ארויס א מארטגעדזש דערפאר, וואס מיט די אפרעיזערס' שאצונג רעכנט זיך די באנק – אז זיי זאלן נישט שאצן הייזער ביליגער ווי א באשטימטע ספעציפישע פרייז, וועלנדיג האלטן די פרייזן פון הייזער הויך, ווארשיינליך ווייל זיי האבן געקריגן זייטיגע שוחד געלטער פון ריעל עסטעיט הענדלער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל