וואשינגטאן – נעכטן איז פארגעקומען דער דערווארטעטער פארהער אויף אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס, און עס האט געדויערט ארום פינף שטונדן. צווישן אנדערן האט סעשאנס קאטעגאריש אראפגעריסן די באשולדיגונגען אז עס איז געווען סיי וועלכע קאאפעראציע און צוזאמארבעט צווישן דעם טראמפ קאמפיין און די רוסישע שריט צו באאיינפלוסן די וואלן, זאגנדיג אז די באשולדיגונגען זענען לעכערליך און אומאויסגעהאלטן. ער האט באזונדער געלייקנט די באשולדיגונגען אז ער האט פרובירט צו באהאלטן סיי וועלכע זיצונגען וואס ער האט געהאט מיט רוסישע באאמטע. סעשאנס האט זיך אויך סותר געווען מיט דזשעימס קאומי, זאגנדיג אז קאומי האט טאקע גערעדט צו אים איבער דעם וואס טראמפ טעלעפאנירט אים נאכאנאנד, אבער ער האט נישט געזאגט פאר סעשאנס פונקטליך פארוואס ער איז אומבאקוועם דערמיט. סעשאנס האט זיך אויך אנטזאגט צו רעדן פון זיינע פריוואטע געשפרעכן מיט טראמפ איבער קאומי.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל