קאטאר - נעכטן האט די אמעריקאנער אמבאסאדארשע אין קאטאר געמאלדן אז זי רעזיגנירט פון אמט. אמבאסאדאר דענע שעלל סמיט האט אין א סטעיטמענט געזאגט, אז זי ענדיגט איר דריי יאר סערוויס אלס אמבאסאדאר אין קאטאר, אבער זי האט נישט אנגעגעבן קיין סיבה דערצו, און די אמעריקאנער רעגירונג האט דערווייל נישט געמאלדן ווער עס וועט איר ערזעצן. די רעזיגנאציע לאזט איבער אמעריקע אן קיין הויפט דיפלאמאט אין קאטאר, אין א צייט ווען דאס לאנד איז אין קריזיס נאכדעם וואס אלע אראבישע גרויסמאכטן האבן אפגעהאקט זייערע באציאונגען מיט איר, אויף באשולדיגונגען אז זי שטיצט טעראר גרופעס. אמבאסאדאר סמיט׳ס רעזיגנאציע קומט אויך נאכדעם וואס זי האט עטליכע וואכן צוריק אפן קריטיקירט דאס וואס פרעזידענט טראמפ האט אויפגעזאגט דזשעימס קאומי פון די עף-בי-איי, אבער עס איז אנגעצייגט געווארן אז ס׳איז א רוטינע זאך פאר אמבאסאדארן אפצוטרעטן נאך בערך 3 יאר.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל