פאריז - די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע, טעריסא מעי, און דער פראנצויזישער פרעמיער מיניסטער, עמאניועל מאקרון, האבן געמאלדן א געמיינזאמע אפעראציע צו באקעמפן טעראר. מעי און מאקרון האבן אויפגעטרעטן מיט א פרעסע קאנפערענץ בשעת א נעכטיגן באזוך פון מעי אין פאריז, און זיי האבן דערקלערט אז פראנקרייך און ענגלאנד וועלן קאאפערירן איינער מיט'ן צווייטן צו אויפדעקן צעלן פון אייסיס סימפאטיקער און דזשיהאדיסטן אין ביידע לענדער, און ארבעטן אונטערצוברענגען די צעלן נאך איידער זיי האבן א שאנס זיך צו ארגאניזירן און דורכפירן אטאקעס. עס איז אנגעצייגט געווארן דורך דער מידיא דעם דראסטישן דיפערענץ פון מעי און מאקרון, ווען אין דער צייט וואס מאקרון איז יעצט דער נייער פרעמיער, האבנדיג אויפגעשאקלט די פאליטישע נארמעס אין פראנקרייך, וואקלט זיך מעי׳ס פאזיציע, נאכ׳ן ליידן איבערראשנדע פארלאמענט וואל פארלוסטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל