א מעכטיגער פייער האט אויסגעבראכן היינטיגן מיטוואך פארטאגס אין א 27-שטאקיגע רעזידענשאל געביידע אין מערב לאנדאן, בעת רוב פון די איינוואוינער אין דער געביידע דארפן זיך נאך געפונען אין בעט. דאס פייער, וואס האט זיך אנגעהויבן אויפ'ן צווייטן שטאק, האט זיך בליץ שנעל צעשפרייט, און די העלישע פלאמען און דיקער שווערער רויך זענען ארויפגעשפרונגען ביז'ן העכסטן שטאק און הילן איין די גאנצע געביידע. הונדערטער פייערלעשער זענען אנוועזנד אויפ'ן ארט, און מ'האט שוין באוויזן צו עוואקואירן טייל פון די איינוואוינער, אבער מ'ציטערט עס זאל זיך נישט ענדיגן מיט א טראגישן אויסגאנג און אז די גאנצע געביידע זאל זיך נישט צוזאמלייגן.






קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל