וואשינגטאן – דער סופרים קאורט האט נעכטן איינגעשטימט אויסצוהערן א קעיס וועלכע קען האבן א ווייטגרייכנדן אפעקט אויף אמעריקאנער פאליטיק און אויף קאנטראל פון לעגיסלאטור הייזער איבער'ן לאנד. דער קעיס איז אריינגעגעבן געווארן דורך די אדוואקאטן פון דער וויסקאנסין סטעיט רעגירונג, וועלכע אפעלירן אן אורטייל וואס א נידריגערע געריכט האט ארויסגעגעבן, אז וויסקאנסין'ס וויילער-דיסטריקט איינטיילונג איז נישט אויסגעהאלטן לויט דער קאנסטיטוציע. אין אמעריקע עקזיסטירט א זאך וואס ווערט באצייכנט אלס "דזשערימענדערינג", וואס באדייט אז די סטעיטס און געגנטער אין יעדער סטעיט ווערן צעטיילט און געשטיקלט אין באזונדערע דיסטריקטס אויף אזא פארנעם צו פארזיכערן קאנטראל פון איין פארטיי איבער'ן צווייטן. צום ביישפיל, אויב די רעפובליקאנער זענען אין קאנטראל פון א סטעיט לעגיסלאטור, וועלן זיי נעמען עטליכע שווארצע געגנטער און עס צוזאמשמעלצן אין איין גרויסן דיסטריקט, און אין דער זעלבער צייט וועלן זיי שאפן פילע באזונדערע דיסטריקטס פאר ווייסע וויילער, וואס אזוי קענען זיי פארזיכערן אז אפילו ס'זענען דא אין א סטעיט אדער געגנט מער שווארצע ווי ווייסע וויילער, וועלן די שטימען פון די ווייסע אויסמאכן שטארקער, ווייל די ווייסע זענען צעטיילט אין עטליכע דיסטריקטס, אין דער צייט וואס די שווארצע זענען צוזאמגעשמאלצן אין איין גרויסן דיסטריקט. דאס איינטיילן און שניידן די דיסטריקטס מיט די פאליטישע חשבונות, ווערט אנגערופן "דזשערימענדערינג", און איז לעגאל אויב טוט מען עס פאר פאליטישע אורזאכן, אבער נישט פאר ראסע אורזאכן. דער סופרים קאורט וועט באשליסן וואס וויסקאנסין'ס מאטיוון אין דזשערימענדערינג זענען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל