ענגלאנד – דאס לאנדאנער אידנטום האט נעכטן ארויסגעצייגט מיטגעפיל און סימפאטיע מיט דער מוסולמענער געמיינדע אין לאנדאן, שטייענדיג נאך דער טעראר אטאקע ביי וועלכן א פארשוין האט געצילט מוסולמענער רעליגיעזע מענער, וועלכע זענען געשטאנען נעבן דעם "פינסבורי פארק" מעטשעט. פילע אידישע ארגאניזאציעס אין לאנדאן האבן ארויסגעגעבן סטעיטמענטס, וועלכע זענען געלופטערט געווארן דורך בריטישע און אייראפעאישע נייעס סטאנציעס, צו פארדאמען די אטאקע און איבערגעבן טרייסט-וואונטשן פאר די פאמיליעס פונעם אומגעקומענעם און פון די צען פארוואונדעטע. ראביי הערשל גלאק, פרעזידענט פון לאנדאנער חברה שומרים, איז אויך ארויסגעקומען נעכטן אויף די לאנדאנער גאסן, וואו ער האט אנטיילגענומען ביי א ספעציעלער צערעמאניע מיט פארשטייער פון להבדיל אלפי הבדלות פילע אנדערע רעליגיעס, וואס זענען ארויסגעקומען זיך אננעמען פאר די רעכטן פון מוסולמענער אין שאטן פון דער אטאקע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל