ניו יארק – די פרוי פון א איד וועלכער געפינט זיך אויף "לייף סופארט" (דאס הייסט אז ער איז ליידער באוואוסטלאז און ווערט געהאלטן ביים לעבן דורך מאשינען), האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע אינעם ברוקלין סופרים קאורט, צו צווינגען די לאקאלע אויטאריטעטן צוריקצוציען פון א "טויט שיין" דאקומענט וועלכע איז בטעות געדרוקט געווארן. די רעדע איז פון יחזקאל נאקאר, דער 68 יעריגער איד וועלכער איז אפגעפירט געווארן עטליכע וואכן צוריק צום פרעסביטעריען שפיטאל נאכ'ן ליידן א סטראוק ה"י. דאקטוירים האבן דערקלערט יחזקאל'ן אלס מח-טויט אינעם ערשטן טאג פון יו"ט שבועות און האבן דאן באשטעטיגט אן עלעקטראנישן טויט-שיין דאקומענט, קלאגט יחזקאל'ס פרוי דערוועגן אין געריכט, זאגנדיג אז לויט די רבנים און דיינים, וואס איר פאמיליע הערט אויס, טאר מען נישט אראפנעמען יחזקאל פון די מאשינען, איז דעריבער דער טויט-שיין פאלש און אומבארעכטיגט. זי זאגט אויך אז טעכניש האט שוין דער טויט-שיין דאקומענט געברענגט פראבלעמען, ווייל די העלט אינשורענס פירמע וויל נישט מער באצאלן פאר די באהאנדלונגען, היות יחזקאל איז שוין לויט די דאקטוירים מער נישט ביים לעבן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל