בריסל – נעכטן איז געווען דער סאמע ערשטער טאג פון געשפרעכן צווישן פארשטייער פון ענגלאנד און דעם אייראפעאישן פאראיין, אויסצוארבעטן די דעטאלן וויאזוי דער ברעקזיט זאל פאקטיש אויסגעפירט ווערן. דעיוויד דעוויס, וועלכער דינט אלס ענגלאנד'ס ברעקזיט סעקרעטאר, איז ספעציעל געפארן קיין בריסל, בעלגיע פאר די געשפרעכן, און באלד האט זיך ארויסגעשטעלט אז ענגלאנד וועט מוזן קאפיטולירן אויף פארשידענע וויכטיגע זאכן. א הויכפונקט פון ענגלאנד'ס קאפיטולאציע תיכף ביים אנהייבן די ברעקזיט געשפרעכן איז געווען דער באשלוס אז מ'וועט קודם אויסארבעטן דעם "טיילונג" אפמאך, וויאזוי אוועקצושטעלן נייע גרעניצן, וואס צו טאן מיט אייראפעאישע בירגער אין ענגלאנד א.ד.ג., און ערשט דערנאך זיך נעמען רעדן איבער האנדלס-אפמאכן – אנדערש ווי ענגלאנד האט אריגינעל געוואלט, אז די געשפרעכן פון גרעניצן און בירגערשאפט זאל גיין האנט אין האנט מיט די געשפרעכן פאר האנדלס-אפמאכן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל