ענגלאנד – בריטישע אויטאריטעטן האבן נעכטן באצייכנט אלס "טעראר אטאקע" דאס וואס א פארשוין האט אריינגעקראכט אין א גרופע רעליגיעזע מוסולמענער נעבן א מעטשעט. נעכטן האבן מיר אין קורצן באריכטעט איבער דער אטאקע וואס האט פאסירט זונטאג אינמיטן דער נאכט, ווען דער פארשוין איז געקומען צו פארן ווילדערהייט מיט זיין אויטא, פארנט פונעם "פינסבורי פארק" מעטשעט, און האט אריינגעקראכט אין מוסולמענער וועלכע זענען פונקט דאן ארויסגעקומען פון מעטשעט, אומברענגענדיג איינעם און פארוואונדענדיג צען אנדערע. דער פארשוין וואס האט דורכגעפירט די אטאקע איז נעכטן אפיציעל אנגעקלאגט געווארן מיט טעראר קלאגעס, און פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי האט גאר שארף פארדאמט די אטאקע, זאגנדיג אז די לעצטע כוואליע פון דזשיהאדיסטישע טעראר אטאקעס איז נישט קיין שום בארעכטיגונג דורכצופירן אטאקעס אויף פרידליכע מוסולמענער.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל