דמשק – די סיטואציע אין סיריע און אינעם גאנצן מיטל מזרח איז ארויף צו א פרישן שטאפל פון אנגעצויגנקייט, נאכדעם וואס רוסלאנד, איראן און סיריע האבן איינציגווייז געסטראשעט דאס אמעריקאנער מיליטער איבער די אנגייענדיגע מיליטערישע אפעראציעס אין סיריע. די סטראשונקעס קעגן אמעריקע קומען אלס רעזולטאט פון דעם וואס דאס אמעריקאנער מיליטער האט אראפגעשאסן א סירישן מיליטערישע פליגער, וואס האט, ווי נעכטן געמאלדן, באמבארדירט אמעריקאנער-פארבינדעטע רעבעלן.

רוסלאנד, וועלכע איז אליאירט מיט'ן סירישן דיקטאטור באשאר אסאד, האט געסטראשעט אז אויב אמעריקע וועט נישט אויפהערן מיט די ווילדע באמבארדירונגען אויף סירישע אינטערעסן, וועט דאס רוסישע מיליטער אנהייבן אראפשיסן אמעריקאנער מיליטערישע פליגערס. אין רעאקציע האט דער פענטאגאן געמאלדן אז זיי וועלן איינצוימען און מאדיפיצירן די אמעריקאנער עירפארס מאנעוורעס אין די הימלען העכער סיריע, צו פארמיידן פרישע אגרעסיעס און רייבערייען צווישן די וועלט'ס מאכטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל