וואשינגטאן – ווי א פרישער באריכט צייגט, איז שטארק מעגליך אז די רוסן, אדער אנדערע פיינטליכע לענדער צו אמעריקע, האבן באקומען צוטריט צו קריטישע פריוואטע אינפארמאציע פון מיליאנען אמעריקאנער וויילער, מיט דער אומדירעקטער הילף פון דער רעפובליקאנער פארטיי. דער באריכט איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך קריס וויקערי, פון דער "אפגארד" זיכערהייט פירמע, וועלכער האט אויפגעדעקט אז די רעפובליקאנער נאציאנאלע קאמיטע, וועלכע פארמאגט לעגאל צוטריט צו אינפארמאציע פון אמעריקאנער וויילער, האט אויפגענומען די "דיעפ רוט אנאליטיקס" סעקיוריטי פירמע, און אט די פירמע האט ארויפגעשטעלט אויפ'ן אינטערנעט פיילס און ליסטעס מיט האקעלע וואל אינפארמאציע פון ארום צוויי הונדערט מיליאן אמעריקאנער בירגער. די פיילס זענען געלעגן אויף אן "עמעזאן קלאוד" אקאונט, וועלכע האט נישט פארמאגט קיין פעסווארד, און אויב האט מען געוואלט, האט מען געקענט גרינג צוקומען צו דער אינפארמאציע. די "דיעפ רוט אנאליטיקס" פירמע לייקנט נישט די אויפדעקונג, זי זאגט אז זי נעמט פולע פאראנטווארטליכקייט פאר דער סיטואציע, און אז די פיילס זענען שוין אראפגענומען און באשיצט געווארן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל