ניו יארק – נאענט צו צוואנציג אקטיוויסטן זענען ארעסטירט געווארן פאר'ן זיך אויפפירן ווילד און אומגעזעצליך, נאכדעם וואס זיי האבן זיך אראפגעשטעלט פראטעסטירן פארנט פון דער יונייטעד נעישאנס געביידע צו פארשרייען די אמעריקאנער רעגירונג'ס באשלוס איבער נוקלעארע וואפנס געשפרעכן. די אקטיוויסטן האבן פראטעסטירט דאס וואס די פעדעראלע רעגירונג האט לעצטנס געמאלדן אז אמעריקע, ענגלאנד, פראנקרייך און ארום פערציג אנדערע לענדער האבן באשלאסן נישט אנטיילצונעמען ביי אנגייענדיגע געשפרעכן אינעם יו-ען ארויפצושטעלן א פולקאמע פארבאט אויף סיי וועלכע לאנד צו פארמאגן און בויען נוקלעארע וואפנס. די פראטעסטירער האבן געהאלטן שילדן וועלכע האבן ארויסגעברענגט די געפארן פון נוקלעארע וואפנס, און האבן זיך אראפגעשטעלט ביי די טירן צו בלאקירן סיי וועמען פון אריינגיין אדער ארויסגיין. נאכ'ן איגנארירן עטליכע ווארענונגען פון די ניו יארק סיטי פאליציי און יו-ען וועכטער נישט צו בלאקירן די טירן, האבן די פאליציי ארעסטירט א מערהייט פון די פראטעסטירער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל