ווירדזשיניע – א מוסולמענער זיבעצן יעריגער, וועלכער איז אומגעקומען נאך א ווילדן איבערפאל, איז נישט געווען דער קרבן פון אן אנטי-מוסולמענער האס פארברעכן – זאגן ווירדזשיניע פאליציי. די אטאקע האט פאסירט זונטאג פארטאגס אין סטערלינג, ווירדזשיניע, וואו דער יוגענטליכער מוסולמענער איז ארויסגעקומען פון א מעטשעט און איז איבערגעפאלן געווארן דורכ'ן פארשוין דארווין מארטינעז טאורעז, וועלכער האט צעשלאגן דעם מוסולמענער און יענער איז אומגעקומען פון די וואונדן. מארטינעז איז שפעטער ארעסטירט געווארן און ווערט געקלאגט מיט מארד. פאליציי אין סטערלינג, וועלכע האבן אויסגעפארשט דעם אינצידענט, זענען אבער ארויסגעקומען און זאגן קלאר אז מארטינעז האט נישט געצילט דעם מוסולמענער יוגענטליכער צוליב זיין גלויבן, נאר ס'איז פשוט געווען אן אינצידענט פון "שאסיי רוגזה", וואס מארטינעז האט געברויזט איבער עפעס אן אומקלארן אינצידענט און געפעכט וואס ער האט געהאט ביים דרייוון אויף א דערנעבנדיגער שאסיי.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל