וואשינגטאן – דער סופרים קאורט האט נעכטן געאורטיילט אז געוועזענע הויכראנגיקע באאמטע אין דער אדמיניסטראציע פון פרעזידענט בוש קענען נישט געקלאגט ווערן איבער ארעסטן פון מוסולמענער אין די וואכן און מאנאטן נאך די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס. באלד נאך די אטאקעס, האבן פאליציי דעפארטמענטס איבער'ן לאנד, און ספעציפיש אין ניו יארק סיטי, אנגעהויבן ארעסטירן צענדליגער מוסולמענער, וועלכע זענען געהאלטן געווארן לאנגע וואכן און מאנאטן אן ווערן אפילו געקלאגט מיט עפעס קרימינאליטעטן, וויבאלד די אויטאריטעטן האבן געוואלט דערגיין צי די טעראריסטן האבן געהאט עפעס הילף פון אמעריקאנער מוסולמענער ביים דורכפירן די אטאקעס. פילע פון יענע מוסולמענער, וועלכע זענען דעמאלט געהאלטן געווארן אין ארעסט, האבן נאכ'ן באפרייט ווערן אנגעהויבן א קלאגע קעגן דאן-אטוירני דזשענעראל דזשאן עשקראפט און דאן-עף-בי-איי דירעקטאר ראבערט מוללער, זאגנדיג אז זיי זענען פאראנטווארטליך פאר די אומלעגאלע ארעסטן. איצט האט דער סופרים קאורט געאורטיילט, אז ס'איז נישטא קיין שום געזעץ וועלכע בארעכטיגט פעדעראלע באאמטע צו ווערן אנגעקלאגט פאר שריט וואס לאקאלע פאליציי דעפארטמענטס האבן געטאן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל