סטעטן איילאנד – נעכטן האט מען געהערט אז די גרויסע אנליין פירמע "עמעזאן" בויט א מאסיוון ווערהאוז אין ניו יארק סיטי, ביי די ברעגעס פון סטעטן איילאנד. לויט די באריכטן, וועט דער ווערהאוז זיין ארום איין מיליאן סקווער פיס גרויס, וואס באדייט אז ס'וועט זיין פון די געציילטע גרויסע "מעגא-ווערהאוזעס" וואס עמעזאן פארמאגט איבער'ן לאנד, און מ'קוקט ארויס אז עס וועט פארשנעלערן די מעגליכקייט פאר עמעזאן ביזנעסלייט גרינגער צו קענען ארויסשיקן זייערע פראדוקטן צו קאסטומערס, און פאר קאסטומערס צו קענען שנעלער באקומען זייערע פראדוקטן. לויט די באריכטן, איז דערווארט אז דער ווערהאוז וועט זיין פארטיג אויף ענדע היי יאר זומער, און עקספערטן זאגן אז עס וועט ברענגען א לאקאלע עקאנאמישע אויפוואכונג, ווייל עמעזאן וועט דארפן האבן ארום דריי טויזנט ארבעטער אנצופילן די פאזיציעס אינעם ווערהאוז.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל