מאנהעטן – גאווערנאר ענדרו קאומאו האט נעכטן ארויסגעגעבן א ביטע צו טראנזיט באאמטע, זיי זאלן געבן ביליגערע פרייזן פאר פילע ניו יארק סיטי באן רייזנדע, וויבאלד עס ווערן דערווארט ערנסטע שוועריגקייטן אין לויף פון די זומער מאנאטן ביי דער "פען סטעישאן" טראנזיט סטאנציע אין ניו יארק סיטי – די מערסט-פארנומענע אמעריקאנער באן סטאנציע. די עמטרעק פירמע גרייט זיך אנצוהייבן לאנג-געברויכטע פארריכטונגען אויף די שינעס וועלכע פארן אריין און ארויס פון פען סטעישאן אום יולי 10 וואס וועט אנהאלטן ביז סעפטעמבער 1, און לויט'ן פלאן וועלן דריי וויכטיגע שינעס נישט זיין אין באנוץ, וואס באדייט אז פילע רייזנדע אינעם ראיאן וועלן זיין געצווינגען צו נעמען אומוועגן און זיך באנוצן מיט אנדערע סארט טראנספארטאציע מעטאדן, דאס איז די סיבה פארוואס קאומא בעט, און ער זאגט אז ס'איז נאר יושר, אז די רייזנדע וואס וועלן דירעקט אפעקטירט ווערן פון די פען סטעישאן רענאוואציעס זאלן באקומען ספעציעלע ביליגע פרייזן אין לויף פון די קאנסטרוקציע-מאנאטן.

Image result for CUOMO RATES SUMMER

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל