ענגלאנד. – די בריטישע עסטרע-זענעקע דראג פירמע האט פארקויפט איר מיגרעין מעדיצין, זאמיג, פאר דער דייטשער גרונענטאל דראג פירמע, פאר דער סומע פון 302 מיליאן דאלאר. דאס איז דער סאמע לעצטער שריט פון דער פירמע, אויפצוטרייבן געלטער דורך פארקויפן אלטע מעדיצינען אדער זיי לייסענסן און זיך קאנצענטרירן מער אויף קענסער מעדיצינען און אנדערע נייע מעדיצינען, וואס אין 16' האט עסטרע-זענעקע פארדינט 96 מיליאן דאלאר פון דעם זאמיג מיגרעין מעדיצין. די גרונענטאל פירמע איז געווען די פירמע וועלכע האט 50 יאר צוריק ערצייגט דעם טיילאומייד מעדיצין פאר איבלענישן, וואס מען האט שפּעטער געמוזט צוריקרופן פונעם מארקעט ווייל עס האט געברענגט געבורט פעלערן. די פירמע האט לעצטנס אפּגעקויפט פארשידענע מעדיצינען און איז אויך גרויס געווארן אינעם געביט פון "פּעין מעדיצינען". די גרונענטאל פירמע האפט אין 22' צו האבן יערליכע סעילס פון 2.25 ביליאן דאלאר. אירע סעילס אין 16' זענען געווען ביי 1.4 ביליאן יוראס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל