ניו יארק - עס שטעלט זיך ארויס אז אויב וויל מען מאכן א געוואגטן קונץ, און דערפון באקומען באקאנטשאפט איבער דער וועלט, קריגט מען נאר איין שאנס דערפאר. דאס האט פאסירט מיט קירק דזשאונס, וועמענס קערפער איז אפגעפונען געווארן אין די וואסערן נעבן דעם בארימטן ״ניאגרא פאללס״ וואסערפאל. דזשאונס האט באקומען אינטערנאציאנאלע פובליציטעט אין יאר 03׳, ווען ער איז געווען דער סאמע ערשטער מענטש אין היסטאריע אראפצוגיין פון די הויכע שטורמישע כוואליעס אן דעם וואס ער זאל זיצן אין א שיפל אדער זיין צוגעבונדן צו סיי וועלכע זיכערהייט אפאראט. יעצט האט ער פרובירט נאכאמאל אראפצושפרינגען דעם וואסערפאל, דורכ'ן זיך אריינזעצן אין א פלאסטישער טאבע, אבער ער איז אומגעקומען ל"ע. די טאבע האט מען געטראפן באלד נאך זיין שפרינג, אבער זיין קערפער האט געדויערט עטליכע טעג צו טרעפן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל