אין די טעג נאכדעם וואס קאומי איז אויפגעזאגט געווארן פון אמט אלס עף-בי-איי דירעקטאר האט ער ארויסגעגעבן אינפארמאציע איבער אינערליכע שמועסן וואס ער האט געהאט מיט׳ן פרעזידנעט, און דער פרעזידענט האט גאר שטארק געשוימט דערויף, און צוגעלייט אויף טוויטער ״קאומי זאל בעסער האפן אז עס איז נישט קיין טעיפס פון אונזערע געשפרעכן״ און דערמיט אנגעדייטעט אז ער זאל האבן רעקארדירט די שמועסן אינעם אוועל אפיס, ער האט געלאזט די פרעסע שפעקולירן און נישט געגעבן קיין קלארע ענטפער דערויף, קאומי איז אויך געפרעגט געווארן דערוועגו ביי זיין פארהער און האט רעאגירט אז ער קען באשטיין אז דער פרעזידענט זאל ארויסגעבן די טעיפס, און ער האט זיך נישט וואס צו שרעקן, נאכדעם וואס קאנגרעס און סענאט האבן אנגעהויבן באטראכטן שריט צו לייגן א האנט אויף די טעיפס האט דער פרעזידענט היינט קלאר געמאכט אויף טוויטער אז ער באזיצט נישט אזעלכע טעיפס און אז ער האט נישט רעקארדירט קיין פערזענליכע שמועסן, אין די זעלבע צייט האט דאס ווייסע הויז געזאגט אז דער פרעזידענט גלייבט אז צווישן די שפיאנאזש געמיינדע געפונען זיך עלעמענטן וועלכע זוכן צו פירן א דעליגטימאציע קאמפיין קעגן אים.

טראמפ: כ'האב נישט קיין טעיפס

טראמפ: "אויב" ס'איז פארהאן טעיפס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל