א ערד ציטערניש ווארנונג אלארם האט גענומען דעם קאנצעפט פון ״פארשפעטיגן״ צו א נייעם שטאפל ווען עס האט זיך דערמאנט צו ווערן אקטיווירט מיט 92 יאר צו שפעט, די אינצידענט האט פאסירט אין לאס אנדשעלעס ווי א קאמפיוטער סיסטעם האט אקטיווירט אן אלאראם צו ווארנענען איבער א ערד ציטערניש פון 8.8 אויפ׳ן ריכטער וואג, אבער ער האט פארגעסן צו דערמאנען די אומוויכטיגע שטיקל אינפארמאציע אז די ערד-ציטערניש האט שוין פאסירט מיט 92 יאר צוריק אין 1925. די נייעס אלערט וואס די קאמפיוטער סיסטעם האט ארויסגעשיקט האט געלייגט דעם דאטום פאר יאר 2025 פונקט מיט 100 יאר שפעט.

בילד: ערד ציטערניש אלארם קלונגט מיט 92 יאר שפעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל