פון: פיינע נייעס

״קאטאר עירליינס״ וועלכע ווערט יעצט געפלאגט פון די בלאקאדע וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף קאטאר דורך די אראבישע שכנים, זוכט צו אויסברייטערן איר פירמע, און אלס טייל פון זייער נייע סטראטעגיע זוכן זיי צו באקומען אייגענטומערשאפט אויף א טייל פון אמעריקע׳ס גרעסטע לופט ליניע׳ס אמעריקען עירליינס, און ווילן צאלן דערויף 808 מיליאן דאלער, אין די לעצטע יאר איז קאטאר עירליינס געווען אין א געפעכט מיט אמעריקען עירליינס און דעלטא נאכדעם וואס די אמעריקאנער לופטליניעס האבן פארלאנגט פון די רעגירונג צו איינצוימען זייערע אקטיוויטעטן אין אמעריקע, און טייל אנאליסטן האלטן אז זייער סטראטעגיע איז צו ניוטראליזירן די קעגנערשאפט פון די אמעריקאנער אינדוסטרי צו זייער פארשפרייטונג דורך קויפן טיילן פון די עירליינס, אזא אפמאך דארף אריבערגיין די באשטעטיגונג פון די פעדעראלע רעגירונג און עס בלייבט איבער צו זעהן אויב די רעגירונג וועט באשטעטיגן אזא פארקויף פאר א לאנד וועלכע דער פרעזידענט באשולדיגט אין שטיצן טעראר.

בילד: קאטאר עירליינס וויל אפקויפן צען פראצענט פון אמעריקען עירליינס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל