פון: פיינע נייעס

פיל איז שוין גערעדט געווארן איבער דעם ברענענדיגן פראבלעם פון די הויכע קאסטן פון חתונה מאכן און פול איז שוין געטוהן געווארן, אבער א בראווע יונגע פאר-פאלק א חתן און א כלה האבן באשלאסן צו שטעלן א פערזענליכע מוסטער און גענומען א באשלוס צו אפרעכטן זייער חתונה אויף די באשיידנסטע אופן וואס איז שייך, דער חתן א זוהן פון רבי משה אריה שניצלער, און די כלה א טאכטער פון רבי אהרן וועבערמאן האבן גענומען א געמיינזאמע באשלוס באלד ביים שידוך שליסן אז זיי וועלן זיכער מאכן צו שטעלן א נייע סטאנדארט און זיכער מאכן אז דאס גאנצע חתונה מאכן פאלט נישט צו לאסט אויף זייערע עלטערן.

דער חתן און די כלה זענען תלמידים פון די מוסודות היכל הקודש ברסלב, און אלס תלמיד פון הרב רבי יואל ראטה שליט״א וועלכער פאדערט פון זיינע תלמידים זיך צו דערווייטערן פון מותרות און לוקסוס האט דאס יונגע פארל באשלאסן צו מאכן די שמחה אינעם היכל הישיבה אויפ׳ן איינפאכסטן פארנעם, די חתונה איז געווען דאס געשפרעך פון טאג און די שמחה איז געווען אויפ׳ן שענסטן און ווארימסטן פארנעם, און דערמיט האבן זיי געצייגט אז די שיינקייט פון א שמחה ווענדט זיך נישט אין די געלט וואס ווערט אריינגעלייגט.

זעהט בילדער און ווידיא פון די חתונה


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל