בד"ה, אין ירושלים איז היינט נפטר געווארן די 46 יעריגע פרוי מרת חנה הורוויץ ע"ה נאכן אראפפאלן פון די רמדה האטעל אין ירושלים.

מרת חנה איז געווען א לאנגיעריגע שרייבערין אין די בארימטע משפחה מאגאזין אין ארץ ישראל ווי אויך די עדיטאר אין די "בתוך המשפחה" מאגאזין.

מרת חנה איז נפטר געווארן אין די טאג פון איר טאטע הרב שלמה אלכסנדר דאווידאוויטש'ס פערטע יארצייט, דאס איז נאך א גרויסע קלאפ צו איר משפחה, ווי אויך איז איר ברודער הרב מנחם דאווידאוויטש נפטר געווארן פארגאנגענע שבת.

די נפטרת האט איבערגעלאזט אן אלמן (בארימטער שרייבער אין די וועכנטליכע בעלזא "דעה ברורה" אויסגאבע) און אכט יונגע יתומים.

די פטירה איז א גרויסע קלאפ פארן גאנצן יהדות החרדית און גאר ספעציעל צו איר משפחה. כלל ישראל בעט שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

בשורות טובות.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל