סענסעטיווע פערזענליכע אינפארמאציע פון איבער 200 מיליאן אמעריקאנער וויילער איז ארויסגערינען צוליב א קאמפיוטער גליטש אין די סיסטעמען פון א פירמע וועלכע האט געארבעט מיט די רעפובליקאנער נאציאנאלע קאמיטע, ארום 1 טעראבייט פון אינפארמאציע איז ארויסגערינען, און עס אנטהאלט נעמען, געבורטסטעג, אדרעסן, טעלעפאן נומערן און פאליטישע מיינונגען פון די וויילער, ארום 62% פון די אמעריקאנער באפעלקערונג, די אינפארמאציע איז בטעות ארויפגעלייגט געווארן אויף אן עמעזאן סערווער וועלכע איז אפן פאר די פאבליק וואס באדייט אז יעדער האט געקענט באקומען צוטריט דערצו.

די דורכפאל איז אויפגעדעקט געווארן צופעליג דורך א דאטא אנאליסט, און עס איז נישט באקאנט ווילאנג עס איז געווען אזוי אפן, די דאטאבאזע נעמט צוזאם פערזענליכע אינפארמאציע אויף מיליאנען אינדווידועלע בירגער און פרובירט צו דערגיין זייערע פאליטישע מיינונגען דורך פארשידענע טעלעפאנישע אנקעטעס און אויך דורך נאכגיין זייער סאציאלע מידיע קאנטעס, די דאטאבאזע נעמט אויך אריין זייערע רעליגיעזע השקפות, מיינונגען אויף פארשידענע ברענעדיגע פאליטישע דעבאטעס און אזוי ווייטער. דאס איז די גרעסטע וואוטער דאטאבאזע ארויסרינונג אין די היסטאריע פון אמעריקע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל