אידישע וועטער באריכט

א קאלטע פראנט מארשירט שטייטליך אונזער וועג, עס רוקט זיך אבער שטייטער ווי גערעכנט, דעריבער איז עס געווען מערסטענס זוניג און ווארעמער ווי גערעכנט רוב טאג. יעצט האט זיך אנטוויקעלט א גרויסע ליניע פון שווערע שויערס און שטורמס מיט שלאקס רעגן ,שטארקע ווינטען און אפילו האגעל. די ליין רוקט זיך שטייטליך און עס רעגענט שוין אין אפסטעיט. עס וועט אנקומען צו די שטאט אין די נעקסטע פאר שעה. איבערנאכט וועט נאך רעגענען, מעגליך שווער, און עס קען נעמען ביז מארגן פארמיטאג זיך אויסצוטרוקענען אינגאנצען. דערנאך ווערט זוניג און נישט אזוי פייכט, פון דינסטאג ביז דאנערשטאג. פרייטאג קען מען זעהן אפאר שויערס, מיט זוניגע און ווארעמע וועטער פון שבת ביז די קומענדיגע מאנטאג.

ניו יארק סיטי

היינט נאכט- ⛈💨70
דינסטאג-🌦/🌤85
נאכט-🌛☁️68
מיטוואך - 🌤83
דאנערשטאג-🌤82
פרייטאג-🌦85
שבת- 🌤85
זונטאג-🌤82
מאנטאג-🌤80

לעיקוואד

היינט נאכט- ⛈💨72
דינסטאג-🌦/🌤85
נאכט-🌛☁️65
מיטוואך - 🌤85
דאנערשטאג-🌤85
פרייטאג-🌦85
שבת- 🌦85
זונטאג-🌤85
מאנטאג-🌤80

מאנסי און קרית יואל

היינט נאכט- ⛈💨65
דינסטאג-🌦/🌤82
נאכט-🌛☁️60
מיטוואך - 🌤80
דאנערשטאג-🌤82
פרייטאג-🌦85
שבת- 🌤82
זונטאג-🌤80
מאנטאג-🌤77

מאנטריאל

(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט- 🌧65
דינסטאג-🌦73
נאכט-☁️62
מיטוואך - 🌦70
דאנערשטאג-🌤78
פרייטאג-🌦76
שבת- 🌦75
זונטאג-🌤73

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל