וואשינגטאן – סי-איי-עי דירעקטאר מייק פאמפעיא זאגט אז ער איז שטארק באזארגט איבער די פארמערטע צאל ארויסרינונגען פון קלאסיפייד אינפארמאציע פון דער פעדעראלער רעגירונג. פאמפעיא זאגט אז די סיבה פארוואס מער און מער רעגירונג איינגעשטעלטע געבן ארויס קלאסיפייד אינפארמאציע פאר דער מידיא, איז וויבאלד פילע מיליאנען אמעריקאנער בירגער קוקן ארויף אזעלכע ליעקערס, און פאמפעיא צייגט אן אויפן פאקט אז דער ען-עס-עי ארויסרינער, עדווארד סנאודען, פארמאגט גאר א סאך שטיצע און ער ווערט רעספעקטירט ביי פילע אמעריקאנער. פאמפעיא זאגט אז די סי-איי-עי האט זיך יעצט צו ספראווען מיט סודות ארויסרינונגען פון עטליכע זייטן, ערשטנס פון פיינטליכע לענדער און העקערס, צווייטנס פון רעגירונג איינגעשטעלטע וואס זוכן כבוד און פובליסיטי, און דריטנס פון אזעלכע ארגאניזאציעס ווי וויקיליעקס, וואס פארשפרייטן דאקומענטן וואס זיי באקומען ארויס פון העקערס.

בילד: סי-איי-עי דירעקטאר מייק פאמפעיא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל