אהייא – פרא-אייסיס העקערס האבן נעכטן געצילט עטליכע וויכטיגע וועבסייטס אין אמעריקע, העקנדיג די וועבסייטס מ'זאל נישט קענען צוקומען צו דער געהעריגער אינפארמאציע, נאר אנשטאט זאלן די באזוכער ליינען א פרא-אייסיס מעסעדזש. צווישן די וועבסייטס וועלכע זענען געצילט געווארן דורך די העקערס, זענען געווען די וועבסייטס פון דער מוניציפאלער רעגירונג אין ברוקהעיווען, לאנג איילענד; די אהייא טורמע דעפארטמענט; די אהייא קאסינא קאנטראל אגענטור; די אהייא ארבעטער טראנספארמאציע אגענטור, און די וועבסייטס פון דזשאן קעיסיק, דער געוועזענער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט און אמטירנדער אהייא גאווערנאר. דער פרא-אייסיס מעסעדזש וואס די העקערס האבן ארויפגעשטעלט, האט זיך געלייענט, היפש אומקלאר געשריבן: "אנטי: רעגירונג אלע ווערטער. איר וועט ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך טראמפ, דו און אלע דיינע מענטשן פאר יעדעס טראפ בלוט וואס פליסט אין מוסולמענער לענדער". אונטער'ן מעסעדזש איז געשטאנען "געהעקט ביי טיעם סיסטעם די-זי" און די ווערטער "איך שטיץ די איסלאמישע שטאַט". די גרופע העקערס זענען שוין עטליכע מאנאטן פארנומען אויפ'ן אינטערנעט, דורכפירנדיג ענליכע העקערייען אין מדינת ישראל און אין פראנקרייך, און לויט באריכטן זענען זיי א גרופע אראבישע יוגנטליכע אין מדינת ישראל.

בילד: געהעקט ביי טיעם סיסטעם די-זי ... איך שטיץ די איסלאמישע שטאַט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל