וואשינגטאן – ווייסער הויז ראטגעבער, קעליען קאנוועי, האט נעכטן געזאגט אז די סענאט רעפובליקאנער העלט קעיר ביל פארמאגט נישט קיין שום שניטן צו מעדיקעיד. עקספערטן און דעמאקראטישע סענאטארן זאגן אז די העלט קעיר ביל וועט שניידן אכט הונדערט ביליאן דאלער פון מעדיקעיד, אבער קאנוועי זאגט אז ס'איז נישט אמת. קאנוועי זאגט, אז אויב איינער האט יעצט מעדיקעיד, וועט ער עס נישט פארלירן, נאר בלויז אינעם צוקונפט וועט זיין שווערער צו באקומען מעדיקעיד, ווייל מ'וועט איינצוימען וועלכע סארט מענטשן און פארדינער עס קענען עס באקומען. קאנוועי'ס קאמענטארן קומען אין א צייט ווען דאס ווייסע הויז שטופט גאר שטארק אז דער סענאט זאל באשטעטיגן דעם רעפובליקאנער העלט-קעיר ביל, טראץ וואס מ'האט געהערט נעכטן פונעם רעפובליקאנער קאנסערוואטיווען סענאטאר, ראן דזשאנסאן, וועלכער האט געזאגט אז די פראבלעמען וואס ער האט מיט'ן סענאט ביל, קענען נישט אזוי שנעל און גרינג פארראכטן ווערן. אין דער זעלבער צייט הערט מען זארגן פון מעסיגע רעפובליקאנער, אז מיליאנען וועלן פארלירן דעקונג אונטער דעם רעפובליקאנער פלאן – א זאך וואס טראמפ'ס געזונטהייט סעקרעטאר טאם פרייס האט נעכטן קאטעגאריש געלייקנט.

בילד: טראמפקעיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל