וואשינגטאן – מער און מער פירער אינערהאלב דער דעמאקראטישער פארטיי, כאפן זיך צוביסלעך ביים קאפ אז דער צושטאנד פון דער פארטיי איז גאר שוואך, און טראץ וואס זיי קענען יעדן טאג ארויסקומען און אפלאכן פון טראמפ'ס פרישע לעכערליכע סטעיטמענטס און טאטן, פארמאגט אבער די פארטיי אליין נישט קיין געהעריגע פלאטפארמע און פלאן וויאזוי צוריקצוכאפן קאנטראל פון קאנגרעס און סענאט אין יאר 18'. נעכטן האט מען געהערט קאמענטארן פון דעמאקראטישן סענאט פירער, טשאק שומער, וועלכער האט געזאגט אז טים רייען, דער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן וועלכער פירט א קאמפיין ארויסצואווארפן נענסי פעלאוסי פון דער דעמאקראטישער קאנגרעס פירערשאפט, איז זייער גערעכט מיט דעם וואס ער זאגט אז די דעמאקראטישע פארטיי דארף אויסבעסערן און אויסקלארן אירע פאליסיס. באזונדער האט מען נעכטן געהערט פונעם הויכראנגיקן דעמאקראטישן קאנגרעסמאן עדעם שיף, וועלכער פירט די קאנגרעס אויספארשונג איבער רוסלאנד-טראמפ, וואס האט געזאגט אז ס'איז טאקע מאדנע אז פרעזידענט אבאמא האט נישט גארנישט געטאן נקמה צו נעמען קעגן רוסלאנד פאר זייערע העקערייען – וואס דערמיט איז קאנגרעסמאן שיף מודה צו פרעזידענט טראמפ, וועלכער טענה'ט אין די לעצטע פאר טעג אז ער פארשטייט נישט פארוואס אבאמא האט נישט נקמה גענומען.

דעמאקראטישן סענאט פירער טשאק שומער: דעמאקראטן האבן עפעס א מעסעדזש אויסער האקן אויף טראמפ?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל