Image result for Jarret Cole Heitmann

אלסטער קאונטי – טייל אידישע פאמיליעס אין בלומינגבורג האבן מיטגעלעבט א שבת פון שרעק און זארג, ווען אין די גאסן פון דער שטאט איז אנגעגאנגען א זוך אקציע נאך צוויי פארברעכער. די 2 פארשוינען זענען געווען אנטלאפענע פון טענעסי, ווערנדיג געזוכט פאר ערנסטע קידנעפינג און מארד-פרואוו קלאגעס, און די פאליציי האט באקומען באריכטן אז זיי זענען געזען געווארן אין בלומינגבורג, ניו יארק. שבת אינדערפרי ווען אידן זענען אויפגעשטאנען, האט מען געהערט העליקאפטערס פליען גאר נידריג העכער די הייזער, און מ'האט געזען אן אומגעווענליך-שטארקע אנוועזנהייט פון פאליציי אפיצירן. בלויז נאכ'ן זיך נאכפרעגן אין די גאסן, האט מען געהערט וואס עס גייט פאר. שפעטער שבת אינמיטן טאג זענען אנגעקומען הצלה וואלונטירן און אנדערע עמורדזשענסי עסקנים פון קרית יואל, צוליב זארג פאר פיקוח נפש פון די בלומינגבורגער איינוואוינער, און זיי זענען ארום אין די הייזער געבן אנווייזונגען, מ'זאל האלטן די קינדער איינגעשפארט אינדערהיים, ווייל די געזוכטע פארברעכער ווערן באטראכט אלס באוואפנט און געפארפול. ביי אידישע פאמיליעס וועלכע וואוינען אביסל ארויס פונעם קאנצענטרירטן אידישן געגנט, איז דער פחד געווען שטארקער, אבער מוצאי שבת האט מען געהערט פון די פאליציי אז די צוויי זענען אנטלאפן פון בלומינגבורג, און דאס לעבן איז צוריקגעגאנגען צום געהעריגן רוטין, דאנקנדיג השי"ת אז די דראמא האט נישט געברענגט קיין שאדנס און צער.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל