ניו דזשערסי – נעכטן איז א בחור, א תלמיד פון א ישיבה אין לעיקוואוד, באפרייט געווארן פון ארעסט אין רוסלאנד. דער בחור איז ארעסטירט געווארן הארט בעפאר דעם פארלאפענעם ערב פסח בשעת ער איז געווען אויפן וועג אהיים פון ארץ ישראל. דער פליגער אויף וועלכן דער בחור איז געפלויגן, האט געמאכט א סטאפ אין רוסלאנד, ווען די אויטאריטעטן האבן געפונען אינעם בחור'ס רענצל עטליכע רעוואלווער קוילן, וואס דער בחור האט באקומען אלס א געשאנק פון זיינס א פריינט, ליידער א חרד"ק, א חרדי'שער בחור וועלכער דינט אינעם טמא'נעם צה"ל.

דער בחור איז אנגעקלאגט געווארן פאר'ן אריינברענגען "טעראר מאטעריאל" אין רוסלאנד, און די פאמיליע האט געארבעט מיט עסקנים און די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט צו באפרייען דעם בחור, ווען אין דער זעלבער צייט האט מען געהאלטן די נייעס איבער זיין ארעסט אין גרויס געהיים, מורא האבנדיג אז א פראוואקאציע אין דער מידיא וועט נאר שטייפער מאכן די רוסן.

בחסדי ה' איז ער נעכטן באפרייט געווארן, און האט געלאנדעט אין א ניו יארקער לופטפעלד, פון וואו ער איז געפירט געווארן מיט א העליקאפטער צום לעיקוואודער לופטפעלד אין ניו דזשערסי, וואו עס האבן אים אפגעווארט גוטע פריינט און פאמיליע מיטגלידער, וועלכע האבן ספאנטאן אויסגעבראכן אין פרייליכע געזאנגען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל