טעהראן – א באריכט נעכטן אין "פאליטיקא" האט געצייגט אז אמעריקאנער פאליטישאנס וועלכע זענען נאענט אליאירט מיט פרעזידענט טראמפ, לייגן דרוק אויפ'ן פרעזידענט ער זאל טוישן אמעריקע'ס אפיציעלער צוגאנג צו איראן, און דערקלערן אז אמעריקע'ס אפיציעלע פאליסי איבער איראן, איז אז ס'דארף פארקומען א טויש אינעם רעזשים, אויב ווילן די איראנער בירגער האבן אמעריקע'ס קאאפעראציע און הילף. דאס לעצטע מאל וואס אמעריקע האט דורכגעפירט א רעזשים טויש אין איראן איז געווען אין 953', ביים אריינשטעלן דעם שאך ביי דער מאכט, וואס האט עווענטועל געפירט צו א מאסיוון אויפשטאנד פון אנטי-אמעריקאנער איסלאמיקער אין 979', ווען ס'איז אוועקגעשטעלט געווארן דער איאטאלא כומעיני רעזשים. א הויפט שטיצער פונעם פארשלאג אז פרעזידענט טראמפ זאל אדוואקאטירן רעזשים טויש אין איראן, איז דער רעפובליקאנער ארקענסא סענאטאר טאם קאטאן, וועלכער האט געזאגט פאר פאליטיקא אז אמעריקע דארף אקטיוו ארויסהעלפן אויפבויען די אפאזיציע פארטייען און רעפארמיסטישע באוועגונגען אין איראן, אזוי אז דאס זאל פירן צו א צוזאמפאל פון יעצטיגן רעגירונג סטרוקטור, און נאר אזוי וועט אמעריקע קענען עפענען באציאונגען מיט איראן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל