רוסלאנד – העלא סערגעי? דאס איז מאמע-בער רוסלאנד, קום אהיים אין די מינוט!...
די "באזפיד" נייעס אגענטור האט נעכטן באריכטעט אז די רוסישע רעגירונג האט באשלאסן אהיימצורופן זייער אמעריקאנער אמבאסאדאר סערגעי קיזליאק, נאכדעם וואס ער האט געדינט אויף דער הויכער פאזיציע גאנצע צען יאר. קיזליאק'ס אוועקגיין פון וואשינגטאן, קומט אין א צייט וואס זיין נאמען איז אין צענטער פון די אנגייענדיגע אויספארשונגען איבער דער מעגליכקייט אז געוויסע אינעם טראמפ קאמפיין האבן קאארדינירט און קאאפערירט מיט רוסלאנד'ס שריט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן. עקספערטן אויף רוסלאנד האבן געזאגט אז דער באשלוס אהיימצורופן קיזליאק פונקט יעצט איז נישט קיין קא-אינצידענט און עס האט זיכער שייכות מיט'ן פאקט וואס זיין נאמען איז אזוי אפט אין דער אמעריקאנער מידיא, און טראץ וואס מ'האט געהאט דערווארט אז ער זאל ווערן אויס אמבאסאדאר נאך ארום צען יאר, וואלט ער ווען געקענט בלייבן אויף א הויכער פאזיציע אין אמעריקע, א שטייגער ווי רוסלאנד'ס אמבאסאדאר צום יו-ען און ענליכס. עס בלייבט נאר צו זען וועמען רוסלאנד וועט שטעלן אלס נייער אמבאסאדאר קיין אמעריקע.

הוסף רשומת תגובה