וואשינגטאן – די וואך איז די לעצטע וואך פונעם יעצטיגן טערמין פונעם סופרים קאורט, און היינטיגן מאנטאג דערווארט מען עס זאלן ארויסקומען אורטיילן אויף קעיסעס וועלכע וועלן האבן פאטענציעלע ווייטגרייכנדע קאנסעקווענצן – ספעציפיש איין קעיס וועלכע קען האבן א שטארק-פאזיטיוון אפעקט פאר אידן אין אמעריקע.

דער קעיס איז איבער א מיזורי קירכע וועלכע קלאגט פארוואס די מיזורי סטעיט באאמטע האבן אנטזאגט צו געבן געלטער אויפצובויען א פארק נעבן דער קירכע. די סטעיט טענה'ט אז זי גיט נישט דאס געלט ווייל ס'איז א קירכע, אבער די קירכע טענה'ט אז דער פארק גייט גארנישט האבן מיט רעליגיע, נאר וועט פשוט זיין אויף זייער פראפערטי.

אויב דער סופרים קאורט וועט אורטיילן אז די קירכע פירערשאפט איז גערעכט, וועט דאס שטארק איינציען די ביז יעצטיגע "צעטיילונג פון רעגירונג און רעליגיע", און וועט עפענען די מעגליכקייט פאר מוסדות התורה צו באקומען פעדעראלע רעגירונג געלטער אויף זייטיגע פראיעקטן וועלכע האבן נישט דוקא מיט די לימודים.

אנדערע סופרים קאורט אורטיילן וועלכע ווערן דערווארט, איז איבער אימיגראציע, און ספעציפיש איבער פרעזידענט טראמפ'ס עקזעקוטיוו ארדער וועלכע זוכט אפצושטעלן צייטווייליג סיי וועלכע רייזנדע פון זעקס מאיאריטעט-מוסולמענער לענדער און א צייטווייליגן אפשטעל אויף ארייננעמען סיי וועלכע פליטים.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל