ווערמאנט – ווי באריכטעט נעכטן אין קורצן, איז דער דעמאקראטישער סענאטאר בערני סענדערס און זיין פרוי אונטער פעדעראלע אויספארשונג פאר פינאנציעלער שווינדל. די אויספארשונג שטאמט פון ווען סענדערס׳ס פרוי האט געדינט אלס פרעזידענט פון בורלינגטאן קאלעדזש אין ווערמאנט, און זי האט געארבעט צו באקומען א הלוואה פון א באנק, אויסצוברייטערן די קאלעדזש. די באשולדיגונג איז אז זי האט ליגנט געזאגט פאר די ״פיפעלס יונייטעד באנק״ ביים אריינגעבן די אפליקאציע פאר די צען מיליאן דאלערדיגע הלוואה, שרייבנדיג פאלשע ציפערן אז די קאלעדזש באקומט גאר א סאך רייכע ביישטייערונגען פון פילאנטראפן, וועלנדיג אז די באנק זאל שנעלער באשטעטיגן די הלוואה, וויסנדיג אז דער קאלעדזש האט פון וואנעט צו דעקן די מאנאטליכע צאלונגען, ווייל זי באקומט די ביישטייערונגען. סענאטאר סענדערס איז אויך טייל פון דער אויספארשונג, ווייל ער האט מעגליך גענוצט זיין סענאט פאזיציע צו לייגן דרוק אז די באנק זאל באשטעטיגן די הלוואה.

בילד: סענאטאר סענדערס און זיין פרוי זענען אונטער עף-בי-איי אויספארשונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל