ניו יארק – א שרעקעדיגע אינצידענט נעכטן אין א פארק אין ניו יארק, האט זיך אויסגעלאזט פריידיג און וואונדערליך. דער אינצידענט האט פאסירט אינעם "סיקס פלעגס גרעיט עסקעיפ" פארק, נישט ווייט פון אלבאני, ניו יארק, אויף אן אטראקציע וואו מ'פארט אין קליינע וועגעלעך הענגענדיג פון א שטריק ארום דרייסיג פיס העכער דער ערד. עפעס א מאלפונקציע האט פאסירט, און א קליין קינד איז ארויסגעפאלן פון איר וועגעלע. דאס קינד האט זיך אנגעכאפט מיט אלע כוחות ביים עק פון דעם וועגעלע, ווען זי האלט שיער ביים אראפפאלן צו דער ערד. די אטראקציע איז שנעל געברענגט געווארן צו אן אפשטעל און מען האט אלארמירט סעקיוריטי און עמורדזשענסי באאמטע, אבער דאס קליין קינד האט געשריגן אז די כוחות לאזן זיך אויס און זי גייט אראפפאלן. מעטיו האוערד, א 47 יעריגער קאנטראקטער, איז דאן אריינגעשפרונגען אונטער'ן וועגעלע, אנגעוויזן דאס קינד אז זי קען אפלאזן דאס וועגעלע, און ער וועט איר כאפן. דאס קינד האט טאקע אזוי געטאן, און האוערד האט געכאפט דאס קינד, וועלכע האט וואונדערליך בלויז געליטן גאר מילדע וואונדן, אריינפאלנדיג אין האוערד'ס ארעמעס. האוערד זעלבסט האט אויך געדארפט צוקומען צו לייכטע באהאנדלונג אויפן רוקן, נאכ'ן כאפן דאס קינד.

בילד: סיקס פלעגס גרעיט עסקעיפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל