דעטרויט – זייענדיג ממש דערטראנקען אונטער אן אקעאן פון אנקלאגעס און געלט שטראפן, וועט די יאפאנעזער עירבעג פירמע טאקאטא היינט אפיציעל גיין באנקראט, מיט'ן אריינגעבן די נויטיגע דאקומענטן פאר די רעגירונגען פון יאפאן און די פאראייניגטע שטאטן. טאקאטא איז פארוויקלט שוין עטליכע יאר אין א סקאנדאל נאכ'ן פאבריצירן און פארקויפן פעלערהאפטיגע עירבעגס, וואס לויט דער אמעריקאנער רעגירונג, איז די פירמע פאראנטווארטליך פאר זעכצן טויטפעלער און 180 פארוואונדעטע. מער ווי הונדערט מיליאן פון די פעלערהאפטיגע עירבעגס זענען שוין צוריקגערופן געווארן פון איבער דער וועלט, וואס דער ריקאול און די ערזאץ קאסטן האט אפגעקאסט שווערע מיליאנען דאלארן פאר טאקאטא. דאן זענען געקומען די געריכטליכע אנקלאגעס, און אין פעברואר איז טאקאטא איינגעגאנגען צו באצאלן 1 ביליאן דאלער אין געלט שטראפן, וואס דערפון וועט 850 מיליאן דאלער גיין פאר די אויטא פירמעס וועלכע זענען אפעקטירט געווארן, 25 מיליאן דאלער פאר דער אמעריקאנער רעגירונג אלס שטראף געלט, און די איבריגע פאר די געליטענע און אפעקטירטע פון די פעלערהאפטיגע עירבעגס. צו קענען ארויסצאלן די 1 ביליאן דאלער, איז טאקאטא זיך געצווינגען צו פארקויפן, און די "קי סעיפטי סיסטעמס" פירמע אין דעטרויט, מישיגען, וועט אפקויפן טאקאטא פאר 1.6 ביליאן דאלער.

בילד: טאקאטא וועט היינט אפיציעל גיין באנקראט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל