מאנהעטן – עמטרעק האט געמאלדן אז דער יעצטיגער הויפט עקזעקוטיוו טשארלס מורמאן וועט אפטרעטן פון זיין פאזיציע, זייענדיג פארוויקלט אין שווערע פראבלעמען מיט'ן ניו יארק סיטי סאבוועי סיסטעם און פארריכטונגען אין פען סטעישאן, וואו די שינעס זענען שוין אלט און האבן געברענגט אין די לעצטערע מאנאטן א סעריע אינצידענטן אז באנען זאלן אראפפארן פון די שינעס. אויפ'ן ארט פון מורמאן, וועט געשטעלט ווערן ריטשארד ענדערסאן אנצופירן עמטרעק, וואס ענדערסאן האט לאנגע יארן ערפארונג אין דער טראנספארטאציע אינדוסטריע, האבנדיג געדינט אלס עקזעקוטיוו פון דעלטא עירליינס און נארטוועסט עירליינס. ציניקער האבן באלד אנגעוויזן אז מען נעמט אויף א געוועזענעם עקזעקוטיוו פון עירליינס וועלכע זענען באקאנט מיט שווערע פארשפעטיגונגען, אז ער זאל פאררעכטן די שווערע פארשפעטיגונגען און אנדערע כראנישע פראבלעמען פונעם עמטרעק באן סיסטעם...

בילד: עמטרעק נעמט נייעם הויפט עקזעקוטיוו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל