ניו יארק – שווארצע גרופעס אין ניו יארק און איבער'ן לאנד האבן רעאגירט מיט גרויס אויפברויז, נאכדעם וואס מ'האט געהערט פון א קאמפיין פון עטליכע מענטשן וועלכע ווילן טוישן דעם נאמען פונעם הארלעם געגנט. דער קאמפיין צו טוישן נאמען ווערן געפירט דורך עטליכע ריעל עסטעיט סוחרים, וועלכע האבן אינוועסטמענטס און גרויסע דעוועלאפמענטס אין הארלעם, און זיי האבן דערפון גרויסע שאדנס, וויבאלד מענטשן ווילן זיך נישט אריינציען אין דער געגנט געגנט צוליב דעם שלעכטן נאמען פון קרימינאלע און טונקעלע אקטיוויטעטן וואס קומט דארטן פאר – טראץ וואס ס'איז שוין פיל בעסער ווי אמאל. די סוחרים ווילן טוישן דעם נאמען צו "סאו-הא", ענליך צו די מאנהעטן געגנט "סאוהאו", אבער קאנגרעסמאן אנדריע עספיילאט זאגט אז ער וועט קעמפן דערקעגן מיט ציין און נעגל, זאגנדיג אז דער נאמען הארלעם טראגט מיט זיך א רייכע היסטאריע פון שווארצע אנטוויקלונג אין די פאראייניגטע שטאטן.

הארלעם, נישט סאו-הא


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל