מיזורי – די מוניציפאלע רעגירונג אין סענט לואיס, מיזורי האט אונטערגעשריבן אן אפמאך מיט'ן ארטיגן "מיזורי בירגער קריג מוזעאום" און אנדערע גרופעס, אין וועלכע איז עס איינשטימיג באשטעטיגט געווארן אז א גרויסער מאנומענט וועלכע שטייט אין צענטער פון סט. לואיס, אין עהרע פון זעלנער וועלכע האבן געקעמפט פאר דער קאנפעדערעיט ארמיי – די ארמיי פון די שטאטן וועלכע האבן זיך אפגעריסן פון די פאראייניגטע שטאטן ביי דער אמעריקאנער בירגער קריג – וועט אראפגענומען ווערן. דער פלאן אראפצונעמען דעם מאנומענט ציט זיך שוין עטליכע מאנאטן, נאר איז געשטערט געווארן דורך א געריכטליכע אנקלאגע דורך דער היסטאריקער גרופע וועלכע האט אוועקגעשטעלט דעם מאנומענט. יעצט האט דער דערמאנטער מיזורי בירגער קריג מוזעאום מסכים געווען אנצופירן מיט'ן אראפנעמען דעם מאנומענט, באצאלן פאר די ארבעט עס אראפצונעמען, און עס האלטן אוועקגעלייגט ביז מ'וועט טרעפן א נייעם ארט דערפאר, אבער ס'איז באשלאסן געווארן אז דער נייער ארט מעג נאר זיין א מוזעאום וועלכע דערציילט די היסטאריע פונעם בירגער קריג, נישט קיין פובליק ארט.

בילד: נאך א קאנפעדערעיט מאנומענט קומט אראפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל