ניו יארק – א לאיער פאר דער פעדעראלער רעגירונג האט נעכטן אפעלירט צו א דזשורי, זיי זאלן אורטיילן אז א וואלקנקראצער וועלכע שטייט אין צענטער פון מאנהעטן זאל קענען פארכאפט ווערן דורך דער פעדעראלער רעגירונג. די רעדע איז פון א וואלקנקראצער וועלכע שטייט ביים אדרעס 650 פינפטע עוועניו נעבן "ראקעפעלער צענטער", און פעדעראלער לאיער מייקל לעקארד זאגט אז די געביידע באלאנגט פאר דער "אלאווי פאנדעישאן" וואוילטעטיגער ארגאניזאציע, וועלכע איז אין געהיים קאנטראלירט דורך דעם איראנער רעזשים, און די פאנדעישאן האט שוין פילמאל פארלעצט פינאנציעלע סאנקציעס וועלכע זענען ארויפגעשטעלט געווארן אויף איראן אין יאר 995'. דער פאנדעישאן פארוואלטעט אויף 65 פראצענט פון דער 36 שטאקיגער געביידע, און די געביידע איז שוין עטליכע מאל געווען אין די נייעס, מיט עטליכע געריכט אורטיילן אז די אמעריקאנער רעגירונג זאל קאנפיסקירן די געביידע, עס פארקויפן, און נוצן דאס געלט צו באצאלן פאר פאמיליעס פון אומגעקומענע און פארוואונדעטע פון טעראר אטאקעס איבער דער וועלט, וועלכע זענען געשטיצט געווארן פינאנציעל און פיזיש דורך דער איראנער רעגירונג.

בילד: רעגירונג וויל פארכאפן איראנער וואלקנקראצער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל