וואשינגטאן – אין א סעריע מעסעדזשעס אויף טוויטער נעכטן אינדערפרי, האט פרעזידענט טראמפ באשולדיגט דעם געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא אין "קאלוזשען" (צוזאמארבעט) – די נייעסטע מערסט-פאפולערע ווארט אין אמעריקאנער פאליטיק, וואס די ליבעראלן נוצן צו אטאקירן פרעזידענט טראמפ, אז ער האט צוזאמגעארבעט מיט די רוסן אין באאיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן דורך העקערייען און פראפעגאנדע. טראמפ שרייבט ווי פאלגענד: "די סיבה פארוואס פרעזידענט אבאמא האט גארנישט געטאן איבער רוסלאנד, נאכ'ן הערן פון די סי-איי-עי אז רוסלאנד פרובירט צו באאיינפלוסן די וואלן, איז ווייל ער האט דערווארט אז קלינטאן גייט געווינען, האט ער נישט געוואלט 'שאקלען די שיף'. ער האט צוזאמגעארבעט און געשטערט, און עס האט נישט געטאן גארנישט גוטס פאר די דעמאקראטן און פאר הילערי". טראמפ'ס ווערטער איז געווען א רעאקציע צו די באריכטן אז אבאמא האט זיך צוריקגעהאלטן פון אונטערנעמען נקמה שריט קעגן רוסלאנד'ס העקערייען, און טראמפ האט געענדיגט זיין סעריע מעסעדזשעס, שרייבנדיג "נאך 4 מאנאטן קוקן אין די רוסלאנד אישו מיט א פארגרעסערונג גלאז, איז נישטא קיין שום טעיפס פון טראמפ פערזענליכקייטן צוזאמארבעט מיט רוסלאנד. עס איז נישטא גארנישט. מ'דארף מיך איבערבעטן!".

בילד: טראמפ באשולדיגט אבאמא אין קאלוזשען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל