וואשינגטאן – דער סופרים קאורט האט נעכטן דערלאנגט א מאסיוון זיג פאר פרעזידענט טראמפ, ווען זיי האבן דערקלערט אז דער "אפהאלט" וואס עטליכע נידריגערע פעדעראלע געריכטן האבן געהאט ארויפגעשטעלט אויף טראמפ'ס עקזעקוטיוו ארדער איבער טראוועל און פליטים, איז בטל, און טיילן פון טראמפ'ס עקזעקוטיוו ארדער קען אריינגיין אין אפעקט. טראמפ האט אונטערגעשריבן דעם עקזעקוטיוו ארדער איין וואך נאכ'ן אריינקומען אין אפיס, וואס האט געשאפן א שטורעם מיט צענדליגער ארעסטן פון אויסלענדישע וואס האבן געלאנדעט אין אמעריקאנער לופטפעלדער, און דער פרעזידענט איז געווען געצוואונגען עטוואס איבערצושרייבן דעם עקזעקוטיוו ארדער. ליבעראלע גרופעס און סטעיטס האבן געקלאגט אז דעם פרעזידענט'ס ארדער איז רעליגיע פארלעצונג, וויבאלד עס איז אפעקטיוו א פארבאט אויף מוסולמענער רעליגיעזע, און עטליכע געריכטן האבן געגעבן גערעכט פאר די ליבעראלן, ארויפשטעלנדיג א "סטעי", אז דער ארדער זאל נישט קענען אינפארסירט ווערן. אצינד האט דער העכסטער סופרים קאורט געאורטיילט אז דער "סטעי" דארף אראפגענומען ווערן, און טיילן פונעם עקזעקוטיוו ארדער וועלן אריינגיין אין קראפט דאנערשטאג, אז אזעלכע אויסלענדישע וועלכע האבן נישט קיין שום עכטע פארבינדונג אין אמעריקע – נישט פאמיליע, נישט ביזנעס און נישט קאלעדזש – קענען נישט אריינקומען. אויף דער לעגאליטעט פונעם עצם עקזעקוטיוו ארדער, וועט דער סופרים קאורט אורטיילן ערשט אין אקטאבער.

בילד: מאסיווער סופרים קאורט זיג פאר טראמפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל