נארט דעקאטע – די עלטסטע אידישע בית החיים אין נארט דעקאטע איז צוגעלייגט געווארן צו דער נאציאנאלער אמעריקאנער רעגיסטראציע פון היסטארישע ערטער. דער "בני יעקב" בית החיים עקזיסטירט אין גארסקא, נארט דעקאטע, וואו עס האט סערווירט א קליינע אידישע געמיינדע, וואס איז באשטאנען פון הונדערט אידן וועלכע זענען געקומען אין די סאמע ערשטע יארן פון די פאראייניגטע שטאטן, קומענדיג פון מזרח אייראפע צו באזעצן די ליידיגע ריזיגע שטחים וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט דאן פארטיילט. די קליינע אידישע געמיינדע האט עקזיסטירט פון יאר 883 ביז 925', און דער בית החיים פארמאגט דרייצן קברים און דאס לעצטע מאל וואס מ'האט דארטן איינעם באערדיגט איז געווען אין 935'. דער פאקט אז דער בית החיים איז יעצט אויף די נאציאנאלע היסטארישע ערטער רעגיסטראציע, באדייט אז עס וועט באקומען פעדעראלע געלטער צו ווערן באנייט און ווידער-אויפגעבויט, און אויך אז ס'וועט אויף אייביג זיין באשיצט פון ווערן פארשוועכט און פארוואנדלט אין עפעס אנדערש ח"ו.

בילד: נארט דעקאטע בית החיים קריגט אנערקענונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל