בערלין – א געריכט אין דייטשלאנד האט ארויסגעווארפן דריי ריכטער, זיי זאלן נישט קענען שפילן א ראלע אינעם פראצעס קעגן א געוועזענעם נאצי. די רעדע איז פונעם פראצעס קעגן הובערט זעפקע (Hubert Zafke), א געוועזענער פאראמעדיק אין אוישוויץ, וועלכער שטייט אויס נאענט צו פיר טויזנט מארד קלאגעס איבער זיין ראלע אין ארויסהעלפן דערמארדן טויזנטער אידן אינעם אוישוויץ פארניכטונגס לאגער. דריי ריכטער האבן עטליכע חדשים צוריק געאורטיילט אז זעפקע איז צו אלט און ער קען נישט אויסשטיין קיין פראצעס, און אויף דעם אורטייל האבן פראקורארן זיך באקלאגט קעגן די ריכטער, זאגנדיג אז זעפקע איז בכלל נישט אזוי אלט, ווייל עלטערע געוועזענע נאציס פון אים זענען שוין יא געהעריג אויסגעשטאנען א פולן פראצעס. אצינד האט א געריכט מסכים געווען מיט די פראקורארן און געזאגט אז די 3 ריכטער זענען גענייגט לטובת זעפקע און קענען נישט דינען אויפריכטיג אויפן קעיס, וואס דערמיט פארשטייט מען אז דער פראצעס קעגן זעפקע וועט זיך רוקן פאראויס.

בילד: פראצעס קעגן געוועזענעם נאצי הובערט זעפקע גייט פאראויס

בילד: הובערט זעפקע, א געוועזענער פאראמעדיק אין אוישוויץ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל