וואשינגטאן - דער מאכטפולער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן באב קאורקער, וועלכער פירט די סענאט אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע, האט געמאלדן אז ער וועט בלאקירן דעם סענאט פון באשטעטיגן וואפן פארקויפונגען פאר עטליכע אראבישע לענדער, הויפטזעכטליך סאודי אראביע. קאורקער זאגט אז זיין באשלוס צו בלאקירן די פארקויפונגען איז א דירעקטע רעזולטאט פון דעם וואס די אראבישע לענדער האבן זיך אריינגעלאזט אין א קאנפליקט מיט קאטאר, אפהאקנדיג באציאונגען מיט קאטאר גלייך נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אפגעהאלטן א סאמיט מיט די אראבישע גרויסמאכטן אין סאודי אראביע. סענאטאר קאורקער זאגט, אז אזוי לאנג ווי די אראבישע לענדער וועלן אנהאלטן די אנגעצויגנקייט מיט קאטאר און וועלן נישט זוכן צו ברענגען אן ענדע צום ניי-געשאפענעם קאנפליקט, וועט ער בלאקירן די וואפן פארקויפונגען. מ'האט אויך געהערט נעכטן פון דער רעגירונג אין דייטשלאנד, וועלכע האט אראפגעריסן די אראבישע גרויסמאכטן פאר׳ן ארויסשטעלן זינלאזע פארלאנגען פון קאטאר, אריינגערעכנט אז די על דזשאזירא נייעס אגענטור מוז פארשלאסן ווערן.

בילד: וואפן דיעלס בלאקירט צוליב קאטאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל