לאנדאן – די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע, טעריסא מעי, האט נעכטן אפיציעל געשלאסן אן אפמאך מיט א קליינע פאליטישע פארטיי אין לאנד, וואס זאל זיך אנשליסן אין איר רעגירונג, און דערמיט האט מעי אפיציעל באקומען א מערהייט זיצן אינעם פארלאמענט, גענוג אויף צו קענען דערקלערן אז איר פאזיציע אלס פרעמיער איז באפעסטיגט און פארזיכערט – אמווייניגסטנס אויף דערווייל. מעי'ס קאנסערוואטיווע פארטיי האט שאקירנד פארלוירן זיצן אין די בליץ-וואלן וואס זי האט פאררופן עטליכע וואכן צוריק, וואס האט איבערגעלאזט די פארטיי אן קיין געהעריגן מאיאריטעט אינעם פארלאמענט, געווינענדיג בלויז 318 זיצן פון די 650 זיצן, וואס איז ווייניגער ווי העלפט. דאס האט געצוואונגען מעי צו טרעפן א פארטיי וועלכע זאל זיין וויליג זיך אנצושליסן מיט איר פארטיי אין א קאאליציע, און זי האט געטראפן די מינדערוויכטיגע "דעמאקראטישע יוניאניסטישע פארטיי" פון צפון אירלאנד (א בריטישע טעריטאריע), וועלכע האט 10 זיצן אינעם פארלאמענט, און דאס גיט 328 זיצן פאר מעי. אין אויסטויש פאר'ן מסכים זיין זיך אנצושליסן אין איר קאאליציע, האט מעי אוועקגעשטעלט פרישע 1 ביליאן פונט אין פינאנציעלער הילף פאר צפון אירלאנד.

בילד: טעריסא מעי האט אפיציעל קאאליציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל