פוילן – דער פוילישער פרעמיער מיניסטער איז קריטיקירט געווארן פאר'ן מאכן קאמענטארן ביים אוישוויץ מארד לאגער, קעגן דאס אריינלאזן אויסלענדישע אימיגראנטן. דאס האט פאסירט פארגאנגענעם דאנערשטאג ווען דער פרעמיער מיניסטער ביעטא זידלאו האט אנטיילגענומען אין אן אנדענק צערעמאניע ביים אוישוויץ לאגער, און זי האט אין איר רעדע געזאגט: "אין די היינטיגע אומרואיגע צייטן, איז אוישוויץ א גוטע לעקציע, צו צייגן אז מען דארף אלץ טאן וואס מען קען צו באשיצן די אייגענע בירגער", וואס איז אויסגעטייטשט געווארן קעגן ארייננעמען אימיגראנטן, און זי איז קריטיקירט געווארן, וויבאלד דאס וואס די נאציס ימ"ש האבן געטאן אין אייראפע האט פאקטיש יא אויפגעברענגט דעם געברויך אז אנדערע לענדער זאלן ארייננעמען פליטים.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל