ניו יארק – שטייענדיג איין מאנאט נאכדעם וואס א דריי-אלארם פייער האט פארברענט דאס "בית המדרש הגדול" אינעם לאוער איסט סייד, איינס פון ניו יארק'ס מערסט-היסטארישע שולן, האבן די ניו יארק סיטי באאמטע דערקלערט אז דער סטרוקטור פונעם אפגעברענטן שול איז גאר שטארק אפגעשוואכט געווארן פונעם פייער, וואס באדייט אז די איבערבלייבענישן פון דער היסטארישער געביידע וועלן דארפן אראפגעווארפן ווערן, צום באדויערן פון דער אידישער געמיינדע. עקספערטן זאגן אבער אז דער פראצעדור פון איינווארפן א געביידע אין ניו יארק סיטי איז אזוי קאמפליצירט, אז עס וועט נאך דויערן א לאנגע צייט, און דער רב פונעם שוהל הרה"ג ר' מענדל גרינבוים שליט"א זאגט אז דער פלאן איז איבערצובויען אויף איר ארט אן אפארטמענט געביידע, וועלכע וועט פארמאגן א נייע הערליכע שוהל און א ישיבה אדער כולל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל